מילים: חיים נחמן ביאליק
: חיים נחמן ביאליק; לייב רובינאוו
לחן: עממי יידי
אונטער די גרינינקע ביימעלעך
שפּילן זיך משהלעך, שלמהלעך;
ציצית, קאַפּאָטקעלעך, פּאהלעך --
יידעלעך פריש פון די אייעלעך.
גופעלעך -- שטרוי, רויך און פעדערלעך,
נעם און צעבלאָז זיי אויף גלידערלעך --
כאַפּן זיי אויף גרינגע ווינטעלעך
און סע צעטראָגן זיי פייגעלעך.
נאָר איין זאַך פאַרמאָגן זיי -- אייגעלעך,
די אויגן פאַרמאָגן צוויי פּינטעלעך,
וואָס גליען און פינקלען און טוקן זיך,
און עפּעס ווי נביאיש און וואונדערלעך
פאַרטראַכטן זיך טיף און פאַרקוקן זיך
אויף נעכטיקע טעג און אויף פייגעלעך --
אוי! מיר זאָל זיין, יידישע קינדערלעך,
פאַר אייערע כשרע אייגעלעך!
Ещё видео!