געוואלד, טאטעס און מאמעס,
ס'ברענט א פייער,
אייער קינד וואס איז טייער,
פאלט נעבעך אראפ זייער.
געוואלד, מ'דארף זיך אויפוועקן,
קינדער פאלן אוועק,
מ'זעט נישט ס'זאל נעמען אן עק,
מ'מוז עפעס טון פאר אונזערע טעכטער און זון.
מיר לעבן יעצט אין שווערע צייטן,
ס'קומט אן אזוי שווער מ'זאלן זיך דערהאלטן.
בארעכנטס ענק זייער גוט,
געבט אכטונג וואס איר טוט,
דאס קינד דארף א ווארימע שטוב,
ווייז אים דו האסט אים ליב,
וועט ער ברענגען נחת און דיר טון צוליב.
פארברענג מיט דיין קינד,
נוץ נישט דיין סעלפאון אצינד.
געב אים אפאר מינוט,
ער וועט עס געדענקען זייער גוט.
בלייב אינדערהיים,
זוך דיר נישט ארויסצוגיין.
אפילו דיין קינד איז נאך קליין,
ווייז אים דו טוסט אים פארשטיין.
יעדע מינוט וואס דו געבסט פאר דיין קינד,
וועט ער דיר ברענגען פירות,
אסאך אידיש נחת,
מיט מצות און מעלות,
דאס איז דאך מער פון אלעס.
ר' יואל ראטה - פארברענג מיט דיין קינד - Music Video - R' Yoel Roth
Visit Our Website ~ [ Ссылка ]
איר קענט האבן די געוואלדיגע זכות פון ארויסהעלפן די ישיבה
[ Ссылка ]
[ Ссылка ]
תזכו למצות!
Ещё видео!