טוּם-בַּלַלַייקָה (נכתב לעיתים כמילה אחת: טומבללייקה; באנגלית: Tumbalalaika; ברוסית: Тум балалайка; בפולנית: Tum-bałałajka) הוא שיר עם יידי נודע. הבחור בשיר מציג בפני העלמה חידות, והיא בתורה עונה עליהן
[ Ссылка ]
שטײט אַ בחור און ער טראַכט,
(או: שטײט אַ בחור, שטײט און טראַכט)
טראַכט און טראַכט אַ גאַנצע נאַכט:
וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען,
וועמען צו נעמען און ניט פֿאַרשעמען?
טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקע
טום־באַלאַ, טום־באַלאַ, טום־באַלאַלײַקע
טום־באַלאַלײַקע, שפּיל באַלאַלײַקע,
טום־באַלאַלײַקע, פֿריילעך זאָל זײַן!
(או: שפּיל באַלאַלײַקע, פֿריילעך זאָל זײַן!)
מיידל, מיידל, כ'וויל בײַ דיר פֿרעגן:
וואָס קאַן וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן?
וואָס קאַן ברענען און ניט אויפֿהערן?
וואָס קאַן בענקען, וויינען אָן טרערן?
טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ...
נאַרישער בחור, וואָס דאַרפֿסטו פֿרעגן?
אַ שטיין קאַן וואַקסן, וואַקסן אָן רעגן,
ליבע קאַן ברענען און ניט אויפֿהערן,
אַ האַרץ קאַן בענקען, וויינען אָן טרערן!
טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ...
ויש הממשיכים:
וואָס איז העכער פֿון אַ הויז?
וואָס איז פֿלינקער פֿון אַ מויז?
וואָס איז טיפֿער פֿון אַ קוואַל?
וואָס איז ביטער, ביטערער וי גאַל?
טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ...
אַ קוימען איז העכער פֿון אַ הויז,
אַ קאַץ איז פֿלינקער פֿון אַ מויז,
די תּורה איז טיפֿער פֿון אַ קוואַל,
דער טויט איז ביטער, ביטערער וי גאַל!
טום־באַלאַלײַ, טום־באַלאַלײַ.
Ещё видео!