ר' יואל ראטה מוזיק ווידיא - עלעקשאנס - Music Video R' Yoel Roth
Visit Our Website ~ [ Ссылка ]
איר קענט האבן די געוואלדיגע זכות פון ארויסהעלפן די ישיבה
[ Ссылка ]
ווערטער פונעם ניגון:
אוי די נייעס ווארפט א שרעק,
צו די וועלט עס קומט אן עק,
אמעריקע גייט ווערן אויסגעמעקט.
פזמון: דער באשעפער פירט די וועלט,
און ער טוט וואס אים געפעלט,
אלעס אנדערש איז דאך נארישקייטן.
אונז האמיר א גרויסער גאט,
וואס די וועלט באשאפן האט,
נאר אמונה טוט דעם איד באגלייטן.
ביידן איז צו אלט,
טראמפ איז צו קאלט,
אוי געוואלד, אמעריקע צופאלט.
לינקע, דעמאקראטן,
רעכטע, רויטע שטאַטן,
גייען זיך שיסן ביי די זייטן.
פזמון
הערן נייעס העלפט גארנישט,
עס מאכט נאר דעם מענטש צומישט,
יעדער ווייסט אז זיי פארקויפן גארנישט.
פזמון
רעד נישט נארישקייטן,
לאז דיך אפ פון ביידן,
זע צו לעבן רואיג און באשיידן.
פאליטיק איז א קרענק,
ס'איז נישט גוט פאר ענק,
נוצן האט עס קיינעם נישט געברענגט.
פזמון
Ещё видео!